Commons:ליסענסינג

This page is a translated version of a page Commons:Licensing and the translation is 76% complete. Changes to the translation template, respectively the source language can be submitted through Commons:Licensing and have to be approved by a translation administrator.
Outdated translations are marked like this.

Shortcuts: COM:L • COM:LICENSE

דער בלאַט גיבט פֿאַר אומ־אַדוואָקאַטן‎ אַן איבערבליק פון קאָמפּליצירטע קאפּירעכט געזעצן דורך אַ טוטאָריאַל געבויט אויף בײַשפּילן. עס צילט צו העלפֿן אַרױפֿלאָדער צו באַשטימען צו אַ בילד אָדער אַנדערע מעדיע טעקע קען ווערן אָנגענומען אויף וויקימעדיע קאָמאָנס. אויב ווילט איר עפּעס איבערניצן‎ און זיכט אינפֿאָרמאַציע אויף ווי אַזוי צו ניצן אינהאַלט פֿון קאָמאָנס אין אײַער אייגענע ווערק, זעהט קאָמאָנס:איבערניצן אינהאַלט אינדרויסן פֿון וויקימעדיע.

וויקימעדיע קאָמאָנס טוט נאָר אָננעמען פֿרײַע אינהאַלט, דאָס הייסט, בילדער און אַנדערע מעדיע טעקעס וועלכע זײַנען ניט אונטער קאפּירעכט באַגרענעצונגן וואָס וואָלטן זיי צוריקגעהאַלטן פֿון צו ווערן געניצט דורך סײַ וועם, סײַ ווען, פֿאַר יעדן צוועק. דאָס ניצן קען אָבער זײַן באַגרענעצט דורך אישוס וועלכע זײַנען ניט פֿאַרבונדן מיט קאפּירעכט, זעהט קאָמאָנס:ניט־קאפּירעכט באַגרענעצונגן, און דער ליסענס קען פֿאַרלאַנגען איינצעלנע ספּעציעלע מאָסן. עס זײַנען אויך פֿאַרהאַן געוויסע מאַטעריאַל, וועלכע'ס קאפּירעכט איז אויסגעלאָפֿן אין איין מדינה אָבער איז נאָך פֿעהיג אין אַן אַנדערע. טייל פֿון די פּרטים‎ ווערן ערקלערט ווײַטער. וויקימעדיע קאָמאָנס פראָבירט צו פֿאַרזיכערן אַז סײַ וועלכע אַזעלכע סאָרט באַגרענעצונגן ווערן דערמאַנט אויף דעם בילד באַשרײַבונג בלאַט; עס איז אָבער דער פֿליכט פֿון די וועלכע ניצן עס איבער צו פֿאַרזיכערן אַז דאָס ניצן דעם מעדיע איז אײַנשטימיק מיט דעם ליסענס און פֿאַרלעצט קיין געזעץ וואָס נאָר שייך.

וויקימעדיע קאָמאָנס נעמט נאָר אָהן מעדיע

  • וועלכע זײַנען בפֿירוש'דיק פֿרײַערהייט געליסענסט, אָדער
  • וועלכע זײַנען אינ'ם רשות הרבים ווייניגסטענס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין דעם קוואַל־מדינה פֿון דעם ווערק.

וויקימעדיע קאָמאָנס נעמט ניט אָהן פֿרײַע ניץ. מעדיע געליסענסט אונטער "בלויז ניט־געשעפֿטלעכע" ליסענס ווערן אויך ניט אָנגענומען.

דער ליסענס וועלכע געהערט צו אַ בילד אָדער מעדיע טעקע מוז זיין קלאָרערהייט אָנגעצייכענט אויף דער טעקע באַשרײַבונג־בלאַט נוצנדיק אַ קאפּירעכט־מאַרק. אַלע אינפֿאָרמאַציע פֿאַרלאַנגט דורך יענע ליסענס מוז זײַן צוגעשטעלט אויף דער באַשרײַבונג־בלאַט. די אינפֿאָרמאַציע וואָס ערשיינט אויף דער באַשרײַבונג־בלאַט זאָל זײַן גענוג צו ערלויבן אַנדערע צו מברר זיין דער ליסענס שטאַטוס. עס וואָלט גלײַך געווען דאָס צו טון גלײַך אויף דער קיצור־פֿעלד אויפֿ'ן אַרױפֿלאָדן פֿאָרם.

אויב זײַט איר אַ קאפּירעכט האַלטער און וואָלט געוואָלט פֿאַרזיכערן רשות, ביטע ניצט דעם בליצפּאָסט־מוסטער דאָס צו טון.

אַ שנעלע אָבער ניט־גענצליך אַקוראַטע פֿאָרוואָרט

אָנגענומענע ליסענסעס

אַ קאפּירײַט ליסענס איז אַ פֿאָרמאַלע רשות וועלכע זאָגט ווער מעג ניצן אַ בילד אָדער קאפּירײַטעט ווערק און ווי אַזוי זיי מעגן עס ניצן. אַ ליסענס קען נאָר געגיבן ווערן דורך דער קאפּירײַט האַלטער, וועלכער איז געווענליך דער פֿאַרפּאַסער (פֿאָטאָגראַפֿירער, מאָלער, אָדער ענליך).

 
דער קאַרטון ערקלערט פֿאַרוואָס קאָמאָנס נעמט ניט אָהן "ניט־געשעפֿטלעכע" ליסענסעס. קליקט צו זען דעם פֿולשטענדיקן בילד.

אַלע קאפּירײַטעט מאַטעריאַל, (ניט אינ'ם רשות הרבים) מוז זײַן געליסענסט אונטער אַ פֿרײַע ליסענס וועלכע ספּעציפֿישלעך און אומצוריקציִענבאַרלעך ערלויבט סײַ וועם צו ניצן דעם מאַטעריאַל, פֿאַר יעדן צוועק; פּשוט שרײַבן אַז "דער מאַטעריאַל, מעג געניצט ווערן פֿרײַערהייט דורך סײַ וועם" אָדער ענליך איז ניט גענוג. איבערהויפּט, מוז דער ליסענס אויספֿאָלגן די פֿאָלגענדע תּנאָים:

  • איבערדרוקן און פֿאַרשפּרייטן מוז ערלויבט זײַן.
  • פּובליצירונג פֿון ווערק וואָס קומט דערפֿון מוז ערלויבט זײַן.
  • געשעפֿטלעכע ניץ פֿונ'ם ווערק מוז ערלויבט זײַן.
  • דער ליסענס מוז זײַן אויף אייביק (ניט־אָפּלויפֿנדיק) און ניט־צוריקציִענבאַר.
  • אַנערקענונג פֿון אַלע פֿאַרפּאַסער/בײַשטײַערער פֿון אַ ווערק מעג ערלויבט ווערן.
  • פּובליצירונג פֿון ווערק וואָס קומט דערפֿון אונטער דעם זעלבן ליסענס מעג פֿאַרלאַנגט ווערן.
  • פֿאַר דידזשיטאַלע פֿאַרשפּרייטונג, ניץ פֿון אָפֿענע טעקע פֿאָרמאַטן פֿרײַ פון דידזשיטאַלע

באַגרענעצונגן פאַרוואַלטונג (דידזשיטל רייטס מענעדזשמענט) מעג פאַרלאַנגט ווערן.

צומאל ווילן פארפאסער ארויסגיבן א ווערזיע מיט א נידעריקן קוואליטעט אדער נידעריקן רעסאלושן פון א בילד אדער ווידעא אונטער א פרייע ליסענס, בשעת אנגיבן שטרענגערע טערמינען צו ווערזיעס מיט העכערע קוואליטעטן. עס איז ניט קלאר צו אזא חילוק קען לעגאל איינגעפירט ווערן, אבער דער פאליסי פון קאמאנס איז צו רעספעקטירן דער קאפירעכט האלטער'ס רצונות דורך האוסטינג בלויז דער ווערזיע מיט דעם נידעריגן קוואליטעט.

די פאלגענדיקע באגרעניצונגען טארן ניט אנגיין בנוגע צו דעם בילד אדער אנדערע מידעא טעקע:

  • באניצן בלויז דורך וויקימעדיע.
  • באניצן בלויז פאר חינוך אדער ניט-געשעפטלעך.
  • באניצן בלויז אונטער יושר'דיקע ניץ.
  • מעלדן דעם פארפאסער פארלאנגט, אנשטאט געבעטן, פאר אלע אדער פאר טייל באניצונגן.

למשל, די פאלגענדיקע זיינען בדרך כלל ניט ערלויבט:

  • סקרינשאטס פון סאפטוועיר וועלכע זיינען ניט זעלבסט אונטער א פרייע ליסענס. פונדעסטוועגן, סקרינשאטס פון סאפטוועיר אונטער'ן דזשי.פי.על. אדער ענליכע פרייע סאפטוועיר ליסענס זיינען געווענליך גערעכנט צו זיין אין ארדנונג. זעהט קאמאנס:סקרינשאטס.
  • TV/DVD/Videogame screenshots. זעהט קאמאנס:סקרינשאטס.
  • סקענס אדער רעפראדאקטיווע פאטאגראפן פון קאפירייטעט קונסטווערק, ספעציעל דעקלעך פון בוכער, אלבום/סי.די. דעקלעך, א.א.וו. זעהט קאמאנס:ווערקן וועלכע זיינען גענומען פון אנדערע.
  • קאפירייטעט סימבאלן, לאגאס, א.א.וו. (נישט צו פארמישן מיט טרעידמארקס.)
  • מוסטערן, מאסקעס, שפילצייג, און אנדערע זאכן וועלכע רעפרעזענטירן א קאפירייטעט ווערק, ווי א קארטון אדער מואווי כאראקטער (ווי איידער בלויז א געוויסע שפילער, אהן אין באטראכט נעמען א ספעציפישער ראלע). זעהט קאמאנס:ווערקן וועלכע זיינען גענומען פון אנדערע.

קאמאנס ערלויבט אויך ווערקן וועלכע זיינען ניט אפגעהיט דורך קאפירעכט (ד.ה. ווערקן אינ'ם רשות הרבים). ביטע לעזט דער חלק איבער רשות הרבים אונטן.

פאר אן ערקלערונג פון דער גערעכטבארקייט פאר דעם ליסענסינג פאליסי, זעהט Commons:Licensing/Justifications.

מאלטי-ליסענסינג

 
דער קארטון צייגט דער יוטיליטי פון אריינרעכענען א קריעטיוו קאמאנס ליסענס. קליקט צו זען דעם פולשטענדיקן בילד.

איר קענט צושטעלן פאר א טעקע וויפיל ליסענסעס איר ווילט ווילאנג כאטש איינס פון זיי פארמאגט די תנאים פאר פרייע ליסענסעס אויבן. למשל, טעקעס אונטער א "ניט-געשעפטליכע" ליסענס זיינען אין ארדנונג נאר אויב זיי זיינען ביי די זעלבע צייט אויך רעליסט אונטער א פרייע ליסענס וועלכע ערלויבט געשעפטליכע ניץ.

מאלטי-ליסענסינג מיט באגרעניצונגדיקע ליסענסעס קענען זיין געוואונטשן פאר קאמפאטאביליטעט מיט דעם ליסענסינג שים פון אנדערע פראיעקטן. אויך, מאלטי-ליסענסינג ערלויבט מענטשן וועלכע שאפן ווערק וואס איז גענומען פון אנדערע, ארויסצוגיבן יענע ווערק בלויז אונטער א באגרעניצדיקן ליסענס, אויב זיי ווילן—ד.ה. עס גיבט פארפאסער פון ווערקן וועלכע זיינען גענומען פון אנדערע מער פרייהייט בנוגע צו וועלכע ליסענס זיי קענען נוצן פאר זייער ווערק. זעהט Commons:Multi-licensing.

גוט-באקאנטע ליסענסעס

די פאלגענדיקע גוט-באוואוסטע ליסענסעס זיינען פרעפערירט פאר מאטעריאלן אויף קאמאנס:

/Licence Art Libre (FAL/LAL)]

  • Open Data Commons, for free licensed databases וואו דאס אינהאלט איז אויך פריי אדער אוועיליבל אונטער א פרייע לייסענס אדער קען ניט זיין אפגעטיילט פונ'ם דאטאבעיס [1].
קיצור פון קריעטיוו קאמאנס ליסענסעס אויף וויקימעדיע קאמאנס
קריעטיוו קאמאנס ליסענס אייקאנס און נעמען פארקורצונגען און ווערסיאנס אין ארדענונג דא? Notes
 
Public Domain Mark
Public domain
CC Public Domain Mark 1.0   Generally OK Often found on Flickr images, and considered to be freely licensed in most circumstances. - see Public Domain section below
 
CC0 Button
נול רשות הרבים, "קיין רעכטן רעזאווירט"
CC0   גוט
 
CC BY Button
אטריביושאן
CC BY (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎   גוט
 
CC BY-SA Button
אטריביושאן-שעיר-אלייק
CC BY-SA (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎   גוט
 
CC BY-NC Button
אטריביושאן-ניט-געשעפטלעך
CC BY-NC (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎   ניט גוט
 
CC BY-NC-ND Button
אטריביושאן-ניט-געשעפטלעך-NoDerivs
CC BY-NC-ND (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎   ניט גוט
 
CC BY-NC-SA Button
אטריביושאן-ניט-געשעפטלעך-שעיר-אלייק
CC BY-NC-SA (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎   ניט גוט
 
CC BY-ND Button
אטריביושאן-NoDerivs
CC BY-ND (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎   ניט גוט
Notes on the symbols
"  "BY"
  • דער' מיינט אז דער לייסענס פונ'ם בילד פארלאנגט attribution, אזוי ווי אזא בילד ווערט געשאפן "BY" א געוויסע מענטש ("BY" איז ניט א פארקורצונג אין דעם פאל).
  NC
This icon refers to a "Non-Commercial" license (not allowed on Commons)
  ND
This icon refers to a "No-Derivatives" license (not allowed on Commons)

See Commons:Copyright tags for more licenses.

Forbidden licenses

ווערקן וועלכע זיינען ניט דא צו באקומען אונטער א ליסענס וועלכע פאלגט אויס דעם טייטש פון פרייע קולטורע ווערקן זיינען בפירוש ניט ערלויבט. זעהט דעם וויקימעדיע פאונדאציע בארד רעזאלוציע אויף ליסענסינג פאר מער אינפארמאציע.

טייל ביישפילן פון ליסענסינגג שטאטוסן וועלכע געפונען זיך אפט אויפ'ן אינטערנעץ, אבער פארבאטן אויף קאמאנס, זיינען כולל:

ניט-ערלויבטע ליסענסעס מעגן בלויז גענוצט ווערן אויף קאמאנס אויב דער ווערק איז מאלטי-ליסענסט אונטער כאטש איין ערלויבטע ליסענס.

אויב א בילד טויג ניט, קענט איר בעטן דעם פארפאסער ארויסצוגיבן זייער ווערק אונטער א פרייע ליסענס אזוי ווי CC BY (Creative Commons Attribution license), אדער CC BY-SA (Creative Commons Attribution Share Alike).

דזשי.ען.יו. פרייע דאקומענטאציע ליסענס

דער דזשי.ען.יו. פרייע דאקומענטאציע ליסענס (דזשי.עף.די.על.) איז ניט פראקטיש פאר רוב אינהאלט, ספעציעל פאר געדרוקטע מעדיע, ווייל עס פארלאנגט אז זיי זאלן ווערן געדרוקט צוזאמען מיט'ן גאנצן טעקסט פונ'ם ליסענס. דעריבער, איז גלייכער ארויסצוגיבן דעם ווערק מיט א טאפלטע ליסענס, צולייגענדיק צום דזשי.עף.די.על. א ליסענס וועלכע ערלויבט צו ניצן דעם בילד אדער טעקסט לייכטערהייט; א קריעטיוו קאמאנס ליסענס, למשל. אויך זאלט איר ניט ניצן דזשי.פי.על. און על. דזשי.פי.על. ליסענסעס אלס דער איינציגער ליסענס פאר אייערע אייגענע ווערקן אויב איר קענט דאס פארמיידן, וויבאלד זיי זיינען ניט אמת'דיק צוגעפאסט פאר עפעס אנדערש אויסער סאפטוועיר.

דזשי.עף.די.על. איז ניט ערלויבט אלס דעם איינציקסטן ליסענס דארט וואו אלע די פאלגענדיקע זיינען ריכטיק:

  • דער אינהאלט איז געווארן געליסענסט אויף אדער נאך אקטאבער 15סטע, 2018. דער דאטום פון ליסענסינג ווערט גערעכענט, ניט דער דאטום פון ווען ס'איז געווארן געשאפן אדער אויפגעלאדן.
  • דער אינהאלט איז בעיקר א פאטאגראף, געפארבטע בילד, געמאלענע בילד, אדעא אדער ווידעא.
  • דער אינהאלט איז ניט א סאפטוועיר לאגא, דיעגראם אדער סקרינשאט וועלכע איז גענומען פון א סאפטוועיר מאנועל.

ליסענס אינפארמאציע

Shortcut
 
ביישפיל פון בילד מיט דעם רעקאמענדירטע פרטיות'דיקע בילד דעסקריפציע (זעהט image page).

אלע באשרייבונג-בלעטער אויף קאמאנס מוזן קלאר אנווייזן אונטער וועלכע ליסענס די מאטעריאלן זענען געדרוקט, און מוזן פארמאגן דעם אינפארמאציע וועלכע איז פארלאנגט דורכ'ן ליסענס (פארפאסער, א.א.וו.) און זאלן אויך פארמאגן גענוג אינפארמאציע אז אנדערע זאלן קענען קלארשטעלן דעם ליסענס-שטאטוס אפילו ווען ניט פארלאנגט דורכ'ן ליסענס זעלבסט אדער דורך קאפירעכט געזעצן.

ספעציפיש מוז די פאלגענדע אינפארמאציע געגיבן ווערן אויפ'ן באשרייבונג-בלאט, אהן א חילוק צו דער ליסענס פארלאנגט עס צו נישט:

  • דער ליסענס פונ'ם מאטעריאל. דאס זאל געטון ווערן נוצנדיק א copyright tag.
  • דער מקור פונ'ם מאטעריאל. אויב דער ארויפלאדער איז דער פארפאסער, זאל דאס שטיין בפירוש. (צ.ב.ש. "Created by uploader", "Self-made", "Own work", א.א.וו.) אויב ניט, ביטע זעהט ס'זאל זיין א וועב לינק אדער א פארטיקע ציטירונג אויב מעגליך. הערה: זאכן אזוי וויe "Transferred from Wikipedia" זיינען בדרך כלל ניט גערעכענט אלס א מקור אויסער אויב דאס איז וואו ס'איז אריגינעל ערשינען. דער ערשטער מקור זאל צוגעשטעלט ווערן.
  • דער פארפאסער פונ'ם בילד אדער מידעא טעקע. פאר מידעא וועלכע ווערט גערעכענט צו זיין אין רשות הרבים ווייל דער ליסענס איז אויסגעלאפן, קען דער דאטום פון טויט אויך וויכטיק זיין (זעהט דער חלק איבער רשות הרבים מאטעריאל אונטן). א דזשענערישע ליסענס מוסטער וועלכע באשטעטיקט אז דער ארויפלאדער האלט דעם קאפירעכט (צ.ב.ש. {{PD-self}}) איז קיין סאבסטיטוציע פאר דעם פארלאנג. די איינציקסטע יוצאים מן הכלל זיינען אויב דער פארפאסער וויל בלייבן אנאנים אדער אין געוויסע פעלער וואו דער פארפאסער איז ניט באוואוסט אבער גענוג אינפארמאציע עקזיסטירט צו ווייזן אז דער ווערק איז אין וואר אינ'ם רשות הרבים (אזוי ווי דער דאטום פונ'ם שאפן).

פון ווייניגער וויכטיקייט, אבער זאל אייביק צוגעשטעלט ווערן אויב מעגליך:

  • דער באשרייבונג פונ'ם בילד אדער מידעא טעקע. פון וואס איז עס? ווי אזוי איז געשאפן געווארן?
  • דער דאטום און פלאץ ווען און וואו ס'איז געשאפן געווארן. פאר מעדיע וועלכע ווערן גערעכענט צו זיין אין רשות הרבים צוליב דעם וואס דער ליסענס איז אפגעלאפן, קען דער דאטום ווען ס'איז געשאפן געווארן זיין קריטיש וויכטיק (זעהט e דער חלק וועגן רשות הרבים מאטעריאל אונטן).

די פונקטן פונ'ם באשרייבונג קענען דאס בעסטע געטון ווערן נוצנדיק Information template. פאר באנוצונג פון דעם מוסטער זעהט קאמאנס:ערשטע טריט/קוואליטעט און באשרייבונג.

סקאופ פון ליסענסינג

אין טייל פעלער, קען א דאקומענט (מעדיע טעקע) האבן מערערע אספעקטן וועלכע קענען און דארפן זיין געליסענסט: יעדער וואס טוט ביישטייערן א קריטישער טייל פונ'ם ווערק האט רעכטן צו די רעזולטאטן, און אלע דארפן מאכן זייער ביישטייערונג אוועילעבל אונטער א פרייע ליסענס—זעהט derivative work. אבער די חילוקים זיינען אומקלאר און קענען אנדערש זיין פון איין מדינה צו אן אנדערן. פאלגענד זיינען עטליכע ביישפילן קלאר צו מאכן:

  • פאר א מוזיק רעקארדירונג, מוזן די פאלגענדע אספעקן אריינגענומען ווערן אין חשבון, און יעדער פון זיי דארף זיין אונטער א פרייע ליסענס (אדער אינ'ם רשות הרבים):
    • דער score פונ'ם מוזיק (רעכטן דורכ'ן קאמפאזער)
    • די ליריקס פונ'ם געזאנג (רעכטן דורכ'ן שרייבער)
    • דער פערפארמענס (רעכטן דורך די פרעפארמערס)
    • דער רעקארדירונג (רעכטן דורך די טעכנישע personnel / רעקארדינג קאמפאני)
  • פאר א בילד פון קונסטווערק (אויך דעקלעך פון בוכער א.ד.ג.), איז עס ענליך:
    • דער פארפאסער פונ'ם אריגינעלן קונסטווערק האט רעכטן צו סיי וועלכע איבערמאכונגען אדער ווערק וואס קומט דערפון.
    • דער פאטאגראפירער האט רעכטן צום בילד, אויב ס'איז ניט א פשוטע איבערמאכונג פונ'ם אריגינעל.
  • פאר א בילד פון א געביידע, קען דער ארכיטעקטער האלטן טייל רעכטן אויב דיסטינקט ארקיטעקטוראל פיטערס ווערן געוויזן, אבער זעהט אויך o קאמאנס:פרייהייט פון panorama.

דאס איז אפט פראבלעמאטיש, אויב דער קונסטווערק איז ניט דער עיקר אינהאלט פונ'ם בילד אדער איז ניט קלאר דערקענבאר: אין אזא פאל איז געווענליך נאר דער פארפאסער פונ'ם בילד וואס איז דערפון געווארן (רעקארדינג, וכו') האלט א קאפירעכט. צ.ב.ש., נעמענדיק א פאטאגראף פון א גרופע מענטשן אין א מוזיאום, קען דער פאטאגראף אויך ווייזן אפאר פעינטינגס אויף די ווענט. אין אזא פאל דארף ניט דער קאפירעכט פון יענע פעינטינגס אריינגענומען ווערן אין חשבון. דער אונטערשייד איז אבער ניט זייער קלאר. דער e Commons:De minimis פאליסי האט מער אינפארמאציע איבער דעם ענין.

באמערקט אז דער ליסענס פאר אלע אספעקטן דארף דערמאנט ווערן בפירוש. באמערקט אויך אז רוב איבערמאכונגען ערלויבן ניט דעם מענטש וואס מאכט עס איבער צו באקומען דערויף א נייע קאפירעכט; עס געהערט צום פארפאסער פון א דידזשיטאלע איבערמאכונג פון א בילד קיין נייע קאפירעכט צום דידזשיטאלע בילד וואס איז פאראורזאכט געווארן. דער איינציקער קאפירעכט וואס איז נוגע איז דער פונ'ם אריגינעלן בילד. דאס איז אויך שייך לגבי o Screenshots.

מאַטעריאַל אינ'ם רשות הרבים

מאַטעריאל וואס ווערט ארויסגעגיבן אונטער אַ ליסענס אַזוי ווי CC0 ווערט גערעכענט אַלס אייניג צו רשות הרבים מאַטעריאַל; ווערקן וועלכע פאַרמאגן קיין אריגינאַליטעט אדער עדיקטס זיינען אינ'ם רשות הרבים; אַפאר רעגירונגען ארום די וועלט, אַריינגערעכנט די פאַראייניקטע שטאַטן פעדעראל, קאַליפארניע, און פלארידע רעגירונגען פלאַצירן דער מערהייט פון זייערע ווערקן, אַריינגערעכנט דער מערהייט פון זייערע public records אינ'ם רשות הרבים; דער ענגלישע וויקיפעדיע'ס מדריך אויף רשות הרבים'דיקע מאַטעריאַל טוט מער ערקלערן די אַלע יוצאים מן הכלל.

קאמאנס נעמט אהן מאַטעריאַל וועלכע איז אינ'ם רשות הרבים, ד.ה., דאקומענטן וועלכע זיינען ערלויבט דורך דעם אויבנדערמאַנטן יוצא מן הכלל, אדער וועלכע זיינען ניט עלידזשיבל צו קאפירעכט, אדער וועמענ'ס קאפירעכט איז אויסגעלאפן. אבער דער "רשות הרבים" איז קאמפליצירט; קאפירעכט געזעצן זיינען אַנדערש צווישן אנדערע מדינות, און אַזוי ארום קען א ווערק זיין אינ'ם רשות הרבים אין איין מדינה, אבער נאכאלץ באשוצט אונטער קאפירעכט געזעצן אין אַן אנדערן מדינה. עס זיינען דא אינטערנאַציאנאַלע אפמאכונגען אַזוי ווי דער בערן קאנווענטשאן וועלכע שטעלן אַוועק איינצעלנע מינימאַלע שטאַנדאַרטן, אבער אינדעווידואַלע מדינות זיינען פריי צו גיין ווייטער פון די מינימומס. אַ גענעראלע כלל איז אַז אויב דער פאַרפאַסער פון אַ ווערק איז שוין טויט פאַר איבער 70 יאר, זיינען זייערע ווערקן אינ'ם רשות הרבים אינ'ם מדינה וואו דער פארפאסער איז געווען אַן אלטגעזעצענער און אינ'ם מדינה וואו דער ווערק איז צום ערשט געדרוקט געווארן. אויב דער ווערק איז אַנאַנים אדער איז פאַרפאַסט געווארן דורך עטליכע מענטשן (למשל, אַן ענציקלאפעדיע), איז עס בדרך כלל אינ'ם רשות הרבים 70 יאר נאכ'ן דאַטום פונ'ם ערשטן דרוק.

פיל מדינות ניצן אַזאַ קאפירעכט געזעץ פון 70 יאר. אַ חשובע יוצא מן הכלל איז די פאַראייניקטע-שטאַטן. אַ דאַנק היסטארישע אומשטענדן, האבן די פאַראייניקטע-שטאַטן מער קאמפליצירטע כללים:

  • ווערקן געדרוקט בעפאר 1928 זיינען אין רשות הרבים.
  • פאַר ווערקן וועלכע זיינען געדרוקט געווארן בעפאַר 1964 דויערט דער קאפירעכט 28 יאר נאך פאבליקאַציע (און איז דעריבער שוין אויסגעלאפן) אויסער אויב דער בעה"ב האט געפיילט פאַר באנייונג (בשעת דעם פענסטער צווישן 27 און 28 יאר נאך פאבליקאַציע) אין וועלכן פאַל די רעכטן זיינען אויסגעצויגן געווארן צו 95 יאר נאכ'ן ערשטן פאבליקאַציע—דער גרויסע מערהייט פון ווערקן פובליצירט בעפאַר 1964 זיינען אַריין אינ'ם רשות הרבים, אבער ס'איז וויכטיק מברר צו זיין אַז קאפירעכט איז ניט באַנייט געווארן (וואס קען געטון ווערן דורך אַן אנליין זוכעניש ביים קאפירעכט אפיס פאַר ווערקן פאבליצירט בעפאַר 1951)
  • פאַר ווערקן ערשט פאבליצירט בעפאַר 1978: ביז 95 יאר נאכ'ן ערשטן פאבליקאַציע
  • פאַר ווערקן ערשט פאבליצירט 1978 אדער שפעטער: ביז 70 יאר נאכ'ן פאַרפאַסער'ס טויט. אַנאַנימע ווערקן אדער ווערק געמאַכט פאַר ארויסדינגען: ביז די קורצערע פון 95 יאר זינט דעם ערשטן פאבליקאציע אדער 120 יאר זינט דעם שאַפן פונ'ם ווערק

פאַר ווערקן וועלכע זיינען געשאַפן געווארן בעפאַר 1978 אבער נאר פאבליצירט געווארן 1978 אדער שפעטער, זיינען דא עטליכע ספעציעלע כללים. די טערמען זיינען שייך אין די פאַראייניקטע-שטאַטן אויך פאַר פרעמדע ווערקן.

אבער, דער יאר און פלאַץ פון פאבליקאַציע איז גאר וויכטיק. אין עטליכע מדינות, איז מאטעריאַל פאבלעצירט בעפאַר אַ געוויסע יאר אינ'ם רשות הרבים. אין די פאַראייניקטע-שטאַטן איז דער דאטום יאַנואַר 1, 1923. אין טייל מדינות זיינען אַלע רעגירונג-פאבליצירטע מאַטעריאַלן רשות הרבים, בשעת אין אַנדערע האבן די רעגירונג יא טייל קאפירעכט (זעהט Commons:Copyright rules by territory).

אין די פאַראייניקטע-שטאַטן, איז דער קאפירעכט מצב פאר sound רעקארדירונגען (אַריינגערעכנט די וועלכע זענען פאבליצירט געווארן בעפאַר 1928) אַ ספעציעלע קעיס. אונטער טיטל II פונ'ם Music Modernization Act, זיינען רעקארדירונגען וועלכע זיינען ערשט געפיקסט געווארן בעפאַר פעברואַר 15, 1972 קאפירייטעט פאַר אַ תקופה פון צייט אונטער פאַראייניקטע-שטאַטן פעדעראַלע קאפירעכט וואס ווענדט זיך אין ווען דער רעקארדירונג איז ערשט געווארן קאפירייטעט. דער פעדעראַלע קאפירעכט איז שייך מיט קיין פארבינדונג מיט סיי וועלכע פארמאַליטעטן (קאפירעכט מעלדונג, רעגיסטראַציע, און/אדער באַנייונג.) די ספעציפישע קאפירעכט טערם לענגען זיינען ווי פאלגענד:

  • רעקארדירונגען וועלכע זיינען ערשט פאבליצירט געווארן בעפאַר 1923 וועלן אַריינגיין אין רשות הרבים אויף יאַנואַר 1, 2022.
  • רעקארדירונגען וועלכע זיינען ערשט פאבליצירט געווארן צווישן 1923 און 1946 זיינען קאפירייטעט פאַר אַ תקופה פון 100 יאר נאכ'ן ערשטן פאבליקאַציע.
  • רעקארדירונגען וועלכע זיינען ערשט קאפירייטעט געווארן צווישן 1947 און 1956 זיינען קאפירייטעט פאַר אַ תקופה פון 110 יאר נאכ'ן ערשטן פאבליקאַציע.
  • רעקארדירונגען וועלכע זיינען פאבליצירט געווארן נאך 1956 און ערשט געפיקסט געווארן בעפאַר פעברואַר 15, 1972 וועלן אַריינגיין אין רשות הרבים פעברואַר 15, 2067.

Sound רעקארדירונגען וועלכע זיינען ערשט געפיקסט געווארן אויף אדער נאך פעברואַר 15, 1972 זיינען אונטער די זעלבע קאפירעכט געזעץ טערם לענגען און פראוויזיעס ווי אַנדערע ווערקן.

אין טייל יוריסדיקציאנס (אזוי ווי די פאַראייניקטע-שטאַטן), קען איינער אויך ביישטייערן ווערק וואס איינער האט זעלבסט געשאַפן צום רשות הרבים. אין אַנדערע ערטער (אזוי ווי דער אייראפעאישע יוניאן) איז דאס טעכניש ניט מעגליך; אַנשטאט דעם, קען איינער שענקען דאס רעכט צו ניצן דעם בילד פרייערהייט מיט, צ.ב.ש., דעם Creative Commons Zero Waiver, וואס איז מבטל אַלע רעכטן וועלכע ווערן געשאנקען דורך קאפירעכט, אבער דער ביטול קען מעגליך ניט זיין לעגאַל געבונדבאר צום פולן לענג פון דאס וואס ווערט נארמאַל באַטראַכט אַלס “רשות הרבים” (צ.ב.ש. לגבי פאַרפאַסער'ס מאראַלישע רעכטן).

דער הירטל טשארט איז א געצייג פאר העלפן צו באשטימען צו עפעס איז אינ'ם רשות הרבים אין די פאראייניקטע-שטאטן. Commons:International copyright quick reference guide העלפט צו באשטימען צו א ווערק וועלכע איז ערשט פאבליצירט געווארן אינדערויסען פון די פאראייניקטע-שטאטן קען ווערן אויפגעלאדענט.

אינטעראקציע פון פאראייניקטע-שטאטן קאפירעכט געזעץ און אנדערע מדינות

 
יעדע געטרייע איבערמאכונג פון מאנא ליסא ווערט גערעכנט דורך קאמאנס צו זיין רשות הרבים. זעהט "אויסנאם" אין טעקסט פאר פרטים.

קאמאנס איז אן אינטערנאציאנאלער פראיעקט, אבער זיינע סערווערס זיינען פלאצירט אין די פאראייניקטע-שטאטן, און זיין אינהאלט זאל זיין מאקסימאל איבערניץ-באר. Uploads פון ווערקן פון אנדערע מדינות (אויסער די פאראייניקטע-שטאטן) זיינען בדרך כלל ערלויבט נאר אויב דער ווערק איז אדער אין רשות הרבים אדער געדעקט דורך א לעגעטימע פרייע ליסענס סיי אין די פאראייניקטע-שטאטן און אינ'ם מדינה פונוואנעט דער ווערק שטאמט. די "מדינה פונוואנעט א ווערק שטאמט" איז בדרך כלל די מדינה וואו דער ווערק איז ערשט פאבליצירט געווארן.[1]

בשעת'ן ארויפלאדן מאטעריאל פון א מדינה אינדערויסן פון די פאראייניקטע-שטאטן, גייען נארמאלערהייט אהן די קאפירעכט געזעצן סיי פון יענע מדינה און סיי פון די פאראייניקטע-שטאטן. אויב מאטעריאל וועלכע איז געראטעוועט געווארן פון א דריטע-פארטיי וועבזייטל ווערט ארויפגעלאדענט צו קאמאנס, גייען אהן די קאפירעכט געזעצן פון די פאראייניקטע-שטאטן, די מדינה פון וואינוג פונ'ם ארויפלאדער, און די מדינה וואו עס געפונען זיך די וועב סערווערס פונ'ם וועבזייטל. דעריבער דארף יעדע ליסענס (צו ניצן די מאטעריאל) אנגיין אין אלע יוריסדיקציאנס וואס שייך; אויב די מאטעריאל איז אינ'ם רשות הרבים, דארף עס נארמאלערהייט זיין אינ'ם רשות הרבים אין אלע די יוריסדיקציאנס (אויך אינ'ם מדינה פונוואנען דער ווערק איז אריגענירט) כדי אז ס'זאל זיין ערלויבט אויף קאמאנס.

צ.ב.ש., אויב איינער אינ'ם פאראייניקטן-קעניגרייך אפלוידט א בילד וואס איז געראטעוועט געווארן פון א פראנצוישער וועבזייטל צום קאמאנס סערווער, מוז דער ארויפלאדער זיין געדעקט דורכ'ן פאראייניקטע-קעניגרייך, פראנצויזישע, און די פאראייניקטע-שטאטן'ס קאפירעכט געזעץ. פאר דער מענטש צו ארויפלאדן דעם בילד צו קאמאנס, מוז דער בילד זיין רשות הרבים אין פראנקרייך, דעם פאראייניקטן-קעניגרייך און די פאראייניקטע-שטאטן, אדער מוז זיין אן אנגענומענע קאפירעכט ליסענס פאר'ן בילד, וואס דעקט דעם פאראייניקטן-קעניגרייך, די פאראייניקטע-שטאטן און פראנקרייך.

אויסנאם: איבערמאכונגען פון צוויי-דימענשאנאלע ווערקן פון קונסטווערק, אזוי ווי מאלערייען, וועלכע זיינען באגלייבט צום מקור, און זיינען אין רשות הרבים זיינען אן אויסנאם צו דעם כלל. אין יולי 2008, נאך א סטעיטמענט g wmf:Resolution:Licensing policyוויקימעדיע פאונדעישן פאליסי, האט קאמאנס געשטימט צו דעם עפעקט אז אלע אזעלכע סארט פאטאגראפן זיינען אנגענומען אלס רשות הרבים, קיין חילוק פון וועלכע מדינה עס שטאמט, און טעגד מיט א ווארנונג. פאר פרטים, זעהט קאמאנס:ווען צו ניצן דעם PD-Art tag.

אורוגוויי רונדיקע אגרימענטס אקט

הויפט בלאט: קאמאנס:יו.אר.עי.עי.-רעסטארד קאפירייטס

דער אורוגוואי רונדיקע אגרימענטס אקט אדער יו.אר.עי.עי. איז א געזעץ פון די פאראייניקטע-שטאטן וועלכע האט צוריקגעשטעלט קאפירעכטן אין די פאראייניקטע-שטאטן אויף ווערקן וועלכע שטאמען פון פרעמדע מדינות אויב יענער ווערק איז נאך געווען קאפירייטעט אינ'ם פרעמדן מקור-מדינה אויפ'ן יו.אר.עי.עי. דאטום. דער יו.אר.עי.עי. דאטום איז געווען יאנואר 1, 1996 פאר רוב מדינות. דאס מיינט אז פרעמדע ווערקן זיינען געווארן קאפירייטעט אין די פאראייניקטע-שטאטן אפילו אויב זיי זיינען געווען אינ'ם רשות הרבים אין די פאראייניקטע-שטאטן בעפאר די יו.אר.עי.עי. דאטום. זעהט אויך.

וויבאלד אז ס'איז ארויפגעברענגט געווארן א פראגע אין געריכט צו דער געזעץ איז אויסגעהאלטן לויט'ן קאנסטיטוציע, האט קאמאנס לכתחילה ערלויבט פאר באניצער צו ארויפלאדן בילדער וועלכע וואלטן געווען רשות הרבים אין די פאראייניגטע-שטאטן אויב ניט פאר'ן יו.אר.עי.עי. אבער דער העכערע געריכט פון די פאראייניגטע-שטאטן האט באשטימט אז ס'איז יא אויסגעהאלטן אין n גאלאן קעגן האלדער. נאכ'ן דורכשמועסן, איז באשטימט געווארן אז די באטראפענע טעקעס וועלן ניט אויסגעמעקט ווערן אלע אויף א מאל, נאר וועלן איבערגעקלערט ווערן באזונדער. ס'איז געווען ווייטערדיקע דיסקוסיע איבער דעם בעסטן מעטאד פאר איבערגיין די באטראפענע טעקעס, וועלכע האבן פאראורזאכט דאס שאפן פון קאמאנס:וויקיפראיעקט רשות הרבים.

טעקעס באטראפן דורך די יו.אר.עי.עי. זאלן ווערן געמארקט מיט {{Not-PD-US-URAA}}.

טעקעס נאמינירט צו ווערן אויסגעמעקט צוליב דעם יו.אר.עי.עי. זאלן ווערן פארזיכטלעך אפגעשאצט, ווי אויך זאל זייער קאפירעכט שטאטוס אונטער די געזעצן פון די פאראייניגטע-שטאטן און אונטער לאקאלע געזעצן. א בלויזע אלעגאציע אז דער יו.אר.עי.עי. איז שייך צו א טעקע קען ניט זיין די איינציגסטע סיבה פאר אויסמעקן. אויב דער ענדגילטיקער רעזולטאט פון קאפירעכט אפשאצונג איז אז ס'איז פארהאן אן ערנסטע ספק איבער דעם פרייהייט פון א טעקע אונטער די געזעצן די פאראייניגטע-שטאטן אדער אונטער לאקאלע געזעצן, מוז דער טעקע אויסגעמעקט ווערן אונטער'ן שורה מיט'ן precautionary פרינציפל.

Old orphan works

Old orphan works are accepted, provided that

  • the works were created before 1928;
  • or, the works were created before the pma duration in the country of origin, which would satisfy {{PD-1996}} if published at the time of creation (e.g. works created before 1946 for 50 years pma countries, if the URAA date is 1996).

PD 1.0 and Flickr

 See also: Commons:Flickr files.

 

The Creative Commons Public Domain 1.0 mark (PDM) is often applied to images on photography websites such as Flickr.com, and is not a license. Despite this, the community found that when a user applies PDM to their own work, they are releasing their work to be in the public domain, and these works are believed to be freely licensed. For further information, see Accept files published by the copyright holder with a Public Domain Mark.

פרייע ניץ איז ניט ערלויבט אויף קאמאנס

וויקימעדיע קאמאנס טוט ניט ערלויבן אינהאלט אונטער'ן מצב פון פרייע ניץ. זעהט Commons:Fair use.

ווערקן גענומען פון אנדערע

 
דער montage איז א ביישפיל פון א ווערק וואס איז גענומען פון אן אנדערע. עס קאמבענירט פארשידענע בילדער וועלכע עקזיסטירן פון פריער וועלכע זיינען ארויסגעגיבן געווארן אוטער דער דזשי.עף.די.על. און אנדערע קאמפעטעבל פרייע-אינהאלט ליסענסעס.

איר ווילט א בילד פון מיקי מויז, אבער פארשטייט זיך אז איר קענט עס ניט פשוט אריין-סקענען. פארוואס ניט נעמען א בילד פון א קליינער אקציע פיגיור און עס דערנאך ארויפלאדן? טוט עס ניט. דער סיבה פארוואס איר קענט ניט ארויפלאדן פאטאגראפן פון אזעלכע פיגיורן איז אז זיי ווערן גערעכנט אלס ווערקן וואס זייינען גענומען פון אנדערע. אזעלכע ווערקן קענען ניט פאבליצירט ווערן אהן ערלויבעניש פונ'ם אריגינעלן באשאפער.

דער "פאראייניגטע-שטאטן קאפירעכט אקציע" פון 1976, חלק 101, זאגט: "א ווערק וואס איז גענומען פון אן אנדערע איז א ווערק וואס איז געבויט אויף איינס אדער מער ווערקן וועלכע עקזיסטירן פון פריער, צ.ב.ש. אן איבערטייטשונג, מוזיקאלישע ארעינדזשמענט, דראמאטיזאציע, פיקציאנאליזאציע, מאושן פיקטשער ווערזיאן, קול רעקארדירונג, קונסט רעקארדירונג, אברידזשמענט, קאנדענסאציע, אדער סיי וועלכע אנדערע פארם אין וועלכעס א ווערק קען ווערן רעקעסט, טראנספארמירט, אדער אדעפטעד. א ווערק וואס באשטייט פון עדיטאריעל רעוויזשענס, הגהות, עלעבאראציעס, אדער אנדערע מאדיפיקאציעס וועלכע, ווי א גאנצע, רעפרעזענטירן אן אריגינעלע ווערק פון פארפאסערשאפט, איז א "ווערק וואס איז גענומען פון אן אנדערע”." א פאטאגראף פון א קאפירייטעט זאך ווערט גערעכנט אלס א ווערק וואס איז גענומען פון אן אנדערע אין יוריסדיקציאן פון די פאראייניגטע-שטאטן. "פאראייניגטע-שטאטן קאפירעכט אקציע" פון 1976, חלק 106: "(...) דער בעה"ב פון קאפירעכט אונטער דעם טיטל האט די איינציגע רעכטן צו טון און צו אטאריזירן סיי וועלכע פון די פאלגענדע: (...) (2) אנצוגרייטן ווערקן וועלכע זיינען גענומען פון, און געבויט אויפ'ן קאפירייטעט ווערק;"

דעריבער איז "אומאטעראזירטע" ווערקן וועלכע זיינען גענומען פון אנדערע, ווי צ.ב.ש. פאטאגראפן פון קאפירייטעט אקציע פיגיורן, שפילצייגן, א.א.וו., מוזן אויסגעמעקט ווערן. 'פאר מער אינפארמאציע, זעהט Commons:Derivative works.

אויסנאם: אזוי-גערופענע נוצבארע ארטיקלען - אביעקטן מיט אן אינטריסטישע יוטיליטעריען פונקציע, אפילו אויב געשעפטליכע דיזיינס, זיינען ניט סוביעקט צו קאפירעכט באשיצונג אין די פאראייניגטע-שטאטן. דעריבער זיינען בילדער דערפון ניט "ווערקן וועלכע זיינען גענומען דערפון" אונטער'ן געזעץ פון די פאראייניגטע-שטאטן. פאר פרטים פון דעם אויסנאם און ווען דאס גייט אהן, זעהט דעם אפמאך פונ'ם הויכן געריכט אין מאזער קעגן שטיין, און {{Useful-object-US}}.

פשוט'ע דעזיין

 
לאגא פון מיקראסאפט – {{PD-textlogo}}

בנוגע טרעידמארקס (זעהט אויך Commons:Copyright rules by subject matter: Trademarks): רוב געשעפטלעכע זאכן און פראדוקטן זיינען באשיצט דורך אינטעלעקטואלע פראפערטי געזעצן אין איין וועג אדער א צווייטן, אבער קאפירעכט איז בלויז איין סארט פון אזא שיץ. עס איז וויכטיק צו פאראנדערטטיילן צווישן קאפירעכט, טרעידמארקס, און פאטענטן. וויקימעדיע קאמאנס פירט איין בדרך כלל בלויז קאפירעכט באגרעניצונגען, פאר די סיבות:

  1. כמעט סיי וואס קען זיין טרעידמארקט, און עס וואלט ניט געמאכט סענס צו אסר'ן אלעס.
  2. טרעידמארקס און אינדאסטריאלע דיסיינס באגרעניצונגען זיינען פערטינענט צו אינדאסטריאלע איבערמאכונג, אבער פאטאגראפן פון אזעלכע זאכן קענען אויף אנדערע וועגן פרייהערהייט איבערגעמאכט ווערן.

→ פאר די סיבות נעמט קאמאנס אהן סיי וועלכע טרעידמארק וועמענ'ס קאפירעכטן איז אויסגעלאפן. נאך מער, קאמאנס נעמט אהן בילדער פון טעקסט אין א כלליות'דיקע טייפפעיס און פון פשוט'ע דזשיאמעטרישע שעיפס, אפילו אויב עס איז געראדע א לעצטיקע טרעידמארקט לאגא, מיט'ן אנגענומענקייט אז אזא בילד איז ניט גענוג קריעיטיוו צו ציען קאפירעכט שיץ.[2] אזעלכע בילדער זאלן זיין געמארקט מיט {{PD-ineligible}} אדער איינס פון די ליסטע פון מער ספעציפישע מארקן פאר דער סארט פון ווערקן (צ.ב.ש. {{PD-textlogo}} פאר פשוט'ע לאגאס).

ראסטער רענדערונגען (ד.ה. פי.ען.דשי. בילדער) פון אומקאפירייטעט פשוט'ע דיזיינס קענען זעלבסט גערעכנט ווערן אלס זיין אומקאפירייטעט. פאר וועקטאר בילדער (ד.ה. עס.ווי.דזשי. טעקעס) פון אומקאפירייטעט פשוט'ע דיזיינס, איז דער פראגע צו דער וועקטאר רעפרעזענטאציע האט זיין אייגענע קאפירעכט ווייניגער קלאר; זעהט דער ענגלישע וויקיפעדיע קאפירעכט אינפארמאציע איבער פאנטס און דער {{PD-textlogo}} שמועס-בלאט פאר מער אינפארמאציע.

עס איז אפט זייער שווער צו באשליסן צו א דעזיין איז אדער איז ניט באשוצט דורך קאפירעכט, און אזעלכע סארטן בילדער ווערן אפט נאמענירט צו ווערן אויסגעמעקט, מיט פארשידענע רעזולטאטן. זעהט Commons:Threshold of originality און/אדער “שוועל פון אריגינאליטעט” (אין ענגלישן וויקיפעדיע) פאר עטוואס הדרכה.

פאנטס

"COM:FONT" redirects here. For the fonts available for SVG rendering, see meta:SVG fonts.

דער ראסטער רענדערונג פון א פאנט (אדער טייפפעיס) קען ניט ווערן קאפירייטעט אין די פאראייניגטע-שטאטן, און איז דעריבער אינ'ם רשות הרבים. עס קען זיין קאפירייטעט אין אנדערע מדינות (זעהט אינטעלעקטואלע פראפערטי פון טייפפעיסעס אינ'ם ענגלישן וויקיפעדיע). אין אזא פאל זאלט איר ניצן {{PD-font}}.

קאפירעכט געזעצן

עטוואס הדרכה אויף קאפירעכט געזעצן וואס זיינען שייך קענען געפינען ווערן ביי

זעהט אויך

זעהט אויך

נאטיצן

  1. In cases where a work is simultaneously published in multiple countries, the "country of origin" is the country which grants the shortest term of copyright protection, per the Berne Convention.
  2. זעהט עץ-האקין קעגן סקיי ספיריטס אינק. וואו עס איז באשטומט געווארן אז דער סקיי וואדקא פלאש און לאגא זיינען ניט געווען קאפירעכטבאר

דרויסנדיקע לינקען

אנדערע: